Home

Advertisement

Customize
senderka

וְיַעֲקֹב הָלַךְ לְדַרְכּוֹ...

 

עס קומט סוף תשרי – ס'קומט הייאָר, ווי שטענדיק,

צענעמט מען סוכות, אלעס איז אוועק...

די ימים-טובים האָבן זיך געענדיקט,

און יעקב דארף שוין גייען אין זיין וועג.

 

ס'איז צייט אויפשטעלן און ס'איז צייט צענעמען,

נאָר עפעס א געפיל פון פוסטקייט בלייבט,

א שטייגער ווי דאָס לעבן – גאנצע לעבן –

עס טוט פארלויפן אין א חודש צייט.

 

 
 
senderka
12 October 2009 @ 04:28 pm

Честно говоря, не знаю, переводил ли кто-нибудь киплинговский If на идиш. Мне вот захотелось попробовать.

 
  
  
אויב רואיק בלייבסטו, ווען מ'ווערט צעבראָכן
אויב ביסט קאלטבלוטיק, ווען פארלירט מען קאָפ
אויב ווערסט נישן אָן אמונה און בטחון

ווען גאָר דער בעסטער חבר לאָזט דיך אָפ

אויב ווארטן קענסט געדולדיק און געלאסן,

אויב גייסטו גלייך, כאטש אלע גייען קרום,

אויב אויף א האס דו עטפערסט נישט מיט האסן,

און פאָרט צו גוט זיך האלסט נישט און צו פרום.

 

אויב חלומ'דיק, ווערסט נישט קיין קנעכט ביים חלום,

אויב טרוימענדיק, פעסט שטייסטו אויף דער ערד,

אויב טרעפנדיק נצחון און מפלה,

געדענקסט וואָס די צוויי ליגנערס זענען ווערד.

אויב נעמסט אין חשבון, אז פון דיינע ווערטער

א שווינדלער פלעכט א נעץ פון שווינדלעריי,

אויב זעענדיק דיין לעבנ'ס-ווערק צעשטערטע,

וועסט רואיק אלץ אויפבויען פון דאָס ניי.

 

אויב לייגן קענסטו אויפן טיש אנידער,

דיין גאנץ געווינס – און שטעלן אויף איין שפיל

און אלץ פארשפילן און אנהייבן ווידער,

נישט ווייזנדיק דאָס ביטערע געפיל.

אויב קענסט דיין הארץ און מארך אזוי אנטרייבן,

זיי זאָלן לויפן גאנצע צייט פארויס,

אפילו ווען פון זיי וועט גארנישט בלייבן,

א חוץ דעם ווילן, הייסנדיק: "האלט אויס!"

 

אויב אין המון דו וועסט זיך נישט פארלירן,

אויב אין א פאלאץ בלייבן וועסט דעם פאָלק'ס,

אויב קיינעמ'ס זידלונג קען דיך נישט אָנרירן

אויב הערסט אויס יעדן, אבער קיינעם פאָלגסט.

אויב מיט מינוטן קענסטו מעסטן שעה'ן,

ווייל א סעקונדע ווערסט נישט אָן דערפון,

צו דיר באלאנגט די וועלט מיט די נבראים,

און מער פון דעם – דו ביסט א מענטש, מיין זון!

 


 
 
</div>
 
 
 
 
senderka
23 March 2009 @ 10:44 am

"בכל דור ודור חייב אדם לראות את עצמו כאילו הוא יצא ממצרים"

"בזכות נשים צדקניות נגאלו ישראל ממצרים"

 


דער יום-טוב פסח קומט צו גיין,

די ווייב הייסט: העלף איר מאכן ריין.

 

איז צוויי-דריי וואכן טעג און נעכט

מ'שקלאפט עבודות פָּרך...

דערפאר אין פסח אויס א קנעכט

שפיר טאקע אויף דער וואר איך.

 

 


אדר תשס"ט

 
 
senderka
02 March 2009 @ 10:58 am

 

די צייט אלץ פליט, די וועלט אלץ דרייט זיך,

וואס איז געווען – טוט ווייטער זיין,

נאר ס'אונז אלץ פארזיכטיקער גלייבט זיך,

און ס'ווערט אלץ זויערער די וויין.

 

אלץ בלאזט דער ווינט, אלץ פאלט דער רעגן,

איין טאג פארגייט, דער צווייטער קומט,

די זעלבע קשיות טוט מען פרעגן,

דעם זעלבן תירוץ מ'באקומט.

 

ס'וועט דען אזוי דאס אלץ פארלויפן,

און קומען ליידיק-פוסט צום סוף...

נאר לייכט אין הארץ דער פונק פון האפן

און תמיד הייסט: אז לעבסטו, האף!

 

עס שיינט אין חושך די לבנה,

אין יעדער זאך איז דאך פאראן

איר טיפער תכלית הכוונה,

וואס ווערט אנטפלעקט בבוא הזמן.

 




 
 
senderka

ווען פון א סך, מ'נעמט א קליין חלק,

ס'איז נישט קיין גניבה, נאר א צעטיילונג...

 
 
senderka
15 December 2008 @ 12:38 pm
По-моему кто-то когда-то уже переводил "Мурку" на идиш, но мне почему-то захотелось побаловаться тоже.  :) 
 

 

שרה'קע

 

קיין אדעס געקומען איז א מאל א באנדע,

פיל געהאט העזה האבן זיי,

און צו זיך געצויגן האט זי גלייך די אוגן

ביי די כלבים פון דער פאליציי.

 

ס'דארט געווען א מיידל מיט א נאמען שרה'קע,

שיין און קלוג און מוטיק – מיט פיל ברען,

פלעגן אויך די אורקעס האלטן גאר פון שרה'קע,

און איך בין פארליבט אין איר געווען.

 

רעפרען:

שרה'קע, מיין ליבע מיידעלע,

שרה'קע, מיין זיסע פייגעלע,

שרה'קע, אזא שיין פארעלע

מיר זענען, שרה'לע...

 

מיט א מאל מ'הייבט אן כאפן אונז אין תפיסה,

ארעסטירט מען חברה אן א צאל...

ווער האט אונז פאר'מסר'ט דארף מען זיך דערוויסן

און פון אים שוין נעמען די באצאל.

 

ווער וועט עפעס הערן, ווער געוואר וועט ווערן,

ווארטן דאן מיר וועלן שוין נישט לאנג,

א נאגאן זאל שיסן – ס'שווארצע בלוט פארגיסן,

זאל שוין קיינעם טוען דעמולט באנג.

 

רעפרען

 

ס'טרעפט זיך אז מיר גייען, איך און ראבינאוויטש,

גייען מיר פון עפעס א געשעפט,

זאגט ער מיר: אבראשקע! לאמיר נעמען משקה,

מאכן שוין א לעבן אז מ'לעבט.

 

לאמיר נעמען משקה און דערצו פארבייסן,

זענען מיר אריין אין רעסטאראן,

זעען מיר דארט שרה'קע זיצט אין א טוזשורקע,

שמוסט און שמייכלט צו א פאליציאנט.

 

רעפרען

 

טייבעלע מיין וייסע, וואס עס פאר א מעשה?

ס'האט דיך עפעס דען געפעלט ביי מיר?

רינגלעך און בראסלעטן, בראשקעס און זשאקעטן

האב איך דאך געבראכט דיך אן א שיעור.

 

זיי זשע מוחל, שרה, ס'קומט יעצט די כפרה,

די כפרה פאר דיין גרויסער זינד,

האסט פארקויפט מיין ליבע, שרה'קע, און דעריבער

זיך א קויל כשר האסט פארדינט.

 

רעפרען

 

 

 

 

Read more... )
 
 
senderka
28 September 2008 @ 05:39 pm

סליחות

 

מיר שטייען אויף ביי נאכט, מיר גייען זאגן סליחות,

פארבונדן ליגט די וועלט אין שווארצע חושך-שטריק,

עס שפּירט זיך עפּעס טיף, עס דאוונט זיך באריכות,

עס קומט די תשובה צייט, ווען אלעס איז צוריק.

 

אצינד ווערט ווידער גאנץ וואס איז געווען צעבראכן,

אצינד די לופט ווערט ריין ווי וואלקנס אין דער הויך,

און ס'פילט זיך פּלוצעם קלאר א מאדנע סארט בטחון:

וואס קאליע האסט געמאכט – פארריכטן קענסטו אויך.

 

דער מזרח ווערט באגילדט מיט ערשטע מארגן שטראלן,

און איבער דעם תהום עס ליגט א שמאלער בריק,

די ערשטע טראפּנס טוי שוין גלאנצן ווי קריסטאלן,

עס קומט די תשובה צייט, ווען אלעס איז צוריק...


 
 
 
senderka
19 June 2008 @ 11:29 am

אם לא מלכים הם, בני מלכים הם...

 

ס'איז אלץ כדין וכהלכה

און ס'גייט אזוי פון אָנהייב אָן –

דאָך זיינען אידן בני-מלכים,

איז יעדער איינער מאָנט א טראָן...

 

 

 
 
senderka
01 May 2008 @ 12:39 pm

«Простите пехоте...», Б. Окуджава

 

 

Преддемобилизационное

 

Я сдам завтра каску и сдам автомат,

Я сдам завтра форму и сменку,

Последнюю ночь я, ребята, солдат,

Последняя ночь на военке.

 

Последнюю ночь я дежурный сержант,

Последняя смена охраны,

А завтра мне армия, выдав деньжат,

Запишет меня в ветераны.

 

Вся жизнь впереди и придут в свой черед

Любовь и удача, и дружба,

Но только одно знаю я наперед –

Все в жизни, все в жизни, все в жизни пройдет,

Пройдет, как армейская служба.

 

Когда же наступит последний аврал,

И грозно к себе за отчетом

Верховный меня призовет трибунал,

Скажу, козырнув, мол: «Явился, предстал...»

Скажу: «Виноват, генералом не стал,

А был я – сержантом пехоты».

 

1998

 
 
senderka
25 March 2008 @ 02:47 pm

נישט יעדער טאג איז פורים, אבער פורים איז דאך – נישט יעדן טאג

 
די מאסקע און די משקה


היינט נכנס יין ויצא סוד,

כאָטש שטרעק  די האַנט און נעם עס –

היינט יעדערער באַוויזן האָט

וואָס ער איז ווערט באמת.

 

דער שרייט, דער זינגט, דער שעלט, דער בענטשט,

לצנים און טייוולאָנים,

נאָר מיט אַ מאַסקע דאָך א מענטש

אַנטפלעקט זיין עכטן פנים.

 

 

 
 
senderka
10 March 2008 @ 02:33 pm

מיין היים פאדאָל,כ'זע ווידער דיך,

און ס'מיר דערמאנט זיך ווידער

די שיין פון באבע'ס שבת-ליכט

און זיידענ'ס אלטער סידור.

דער אלטער הויף מיט ביימער פיל,

די זקנות פלאפלען אידיש,

און זיסע היימישע געפיל,

און היימיש וויין פאר קידוש...

 

די וועלט ארום איז ווידער גרין

און ליכטיק, ווי גן-עדן,

און ווידער כ'בין א קליינער קינד,

וואָס גייט אין שול מיט זיידע'ן.

 

 
 
senderka
09 March 2008 @ 05:26 pm

מ'קען נישט וויסן ווען וועט קומען דער מאָמענט,

וואָס וועט אנטפלעקן וואָס איז וואָס און ווער איז ווער...

ס'איז גוט צו שטארבן מיט גמרא אין די הענט,

נאָר אפשר, ס'איז נאָך בעסער –  מיט געווער.

 
 
senderka
03 March 2008 @ 11:51 am

מיט די יארן ווערן טונקלער די פארבן,

נאר די צייט איר געוועב ווייטער וועבט,

פרי צי שפעט יעדער איינער טוט שטארבן,

נאר עס ווענדט זיך צי האט מען געלעבט...

 
 
senderka
28 February 2008 @ 11:46 am

דער פּרייז

די אייביקייט, די ווייטע וואָלקנס שוועבן

דער ווינט פון צייט צעשפרייט די טרוימען ווי אַ רויך...

פאַר לעבן צאָלן מיר – מיט אונזער לעבן,

בתמימות האַלטנדיק דעם פּרייז פאַר נישט צו הויך.

 


А вот и возникшая чуть позже русская версия этого же стиха:

... А Вечность смотрит с мудрой укоризной,

Как ветер развевает облака...

За жизнь мы платим собственною жизнью,

Наивно веря, что цена невысока.

 

 
 
senderka
07 January 2008 @ 11:35 am

דף היומי

האָט באשלאָסן א קלוגער בוך-וואָרעם,
ווען ער נאָגט די מסכתא נדרים:
כ'וועל עס נאגן כסדר
און אזוי אט בלי נדר
כ'וועל אדורך - די גאנץ שישה סדרים.

 
 
 
 

Advertisement

Customize